LANGUAGE OPTIONS:   English    |   ייִדיש

Stutchkoff and Yiddish Radio

Monday Jul 20, 2020 4:30pm

נחום שטוטשקאָוו איז געווען אַ פּראָמינענטער לעקסיקאָגראַף, באַקאַנט פֿאַר זײַנע ווערק דער אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך און דער ייִדישער גראַמען-לעקסיקאָן. צי האָט איר אָבער געוווּסט אַז ער איז אויך געווען אַ פּראָליפֿישער דראַמאַטורג, אַקטיאָר, רעזשיסאָר, איבערזעצטער און שאַפער פון ייִדישע ראַריאָ-פּראָגראַמען? סטוטשקאָוו האָט פֿאַרבראַכט לאַנגע יאָרן בײַ WEVD ראַדיאָ אין ניו־יאָרק, שאַפנדיק ייִדיש-שפּראַכיקע דראַמעס וואָס האָבן פֿאַרכאַפט די צוהערער: משפּחה סאַגעס, מעלאָדראַמאַטישע מעשיות צו וויינען, און קאָמישע סצענעס פֿון קאָנפֿילקטן צווישן דורות. אַלץ איז געמאַכט געוואָרן מיט זייער אַ קליינעם בודזשעט, מיט היימישע קלאַנג-עפֿעקטן. און לאָמיר אויך ניט פֿאַרגעסן זײַנע מחיהדיקע רעקלאַמעס פֿאַר עסן־פּראָדוקטן. די לעצקיע וועט באַטראַכטן שטוושקאָווס ירושה אין דער "גאָלדענע תּקופֿה" פֿון ייִדישן ראַדיאָ, און וועט שעפּן פון זײַן רײַכן אַרכיוו אין דעם ייִדישען אָפּטייל אויפֿן נאָמען "דורות" אין דער ניו־יאָרקער שטאָט־ביבליאָטעק.

מרים־חיה סגל איז אַ זינגערין און שאַפֿערין פֿון ייִדישע זינגלידער און אַ ייִדישע אַקטריסע וואָס איז אויפֿגעטראָטן אויף ייִדיש איבער דער גאָרער וועלט. זי אַברעט אינעם ייִדישן אָפּטייל אויפֿן נאָמען "דורות" אין דער ניו־יאָרקער שטאָט־ביבליאָטעק ,און פֿאָרשט און שרײַבט וועגן ייִדישער מוזיק און טעאַטער .באָזוכט amks.wordpress.com.